Saturday, June 2, 2012

ווען עס רעגנט...

א גוט שבת צו יעדעם, האט'ס הנאה פונעם אפגעקילטן וועטער, און אויב ס'רעגנט זאל מען ניט פארגעסן אנצוטוען די רעין באנעטס פון טיפטאפ. די מענער דארפן אנטוען שפעציעלע מעיל'ן ווייל זיי האבן מורא צו קאליע מאכן די רעגן שטריימלעך, ווייל דאס טראגט מען דאך שיינע שבתים און חתונות.
די עכטע חתן שטריימל לייגט מען אוועק פון אייגן חתונה צו ווען מ'ווערט די ערשטע מאל א מחותן.
אגב, איך געדענק נאך די גוטע צייטן ווען אידן פלעגן אנשטאטס די טייערע רעגן מאנטלעך טראגן היימישע כשרע שאפינג בעגס אויף די ביבער הוטן. סאיז געווען פון מיני מארקעט, לעפקאוויטש גראסערי, אדער די בעידזשע דינערע פון בוטשער סטאר. מחמירים פלעגן מקפיד זיין עס זאל זיין עטליכע לעכער דערינען, זכר לחורבן, און אז די טראפנס וואס גייען ארויף אויף די סאמעט זאל זיין א כפרת עוונות. היינטיגע טעג איז מען פענסיער דאהי און ס'פאסט שוין נישט.
איך געדענק א צייט וואס איך בין געוועזן באצוואונגען זיך ארומציוויקלען ש"ק מיט א פלעסטיק טישטוך מחמת דעם פלוצים'דיגן גאס וואס האט אונז באפאלן. איך האב מיך קודם אביסל געשעמט, אבער נאכהער איינגעזעהן אינעם פראקטישקייט, און יעדעם'ס קנאה בליקן בשעת זיי ווערן דורכגעווייקט, און געהויבן די קאפ העכער. פון דאן אן טוה איך עס לכתחלה. מעשה שהיה.
אגב, סתם אזוי איז א גוטע געוואוינהייט זיך אפצוהאלטן פון נוצן שירעם'ס אינדערוואכן ווייל מקאן חלילה עפענען דאס זאך אינדערהיים, און מיר ווילן ניט ברענגען א מבול די טאג פון חופה ח"ו. א שטייגער אז די עירוב רב וואס טראגן, קאנען שבת ויו"ט עס נוצן אין גאס ווייל זיי מיינען סאיז נאר א שאלה פון טראגן און ניט א גדר אויף מוקצה.
איז מיין תפלה אז זאלן די גשמי ברכה פארוואנדלט ווערן צו רוחני ברכה די וואך.
גוט שבת גוט שבת.