Wednesday, August 15, 2012

פאנטאזיעס פון שעי' געצעלע דער שכן...



מיין גוישן געבורטסטאג

  • א גוטן אייך אלע. איך ווייס ניט אויב עס איז אפילו ווערט צו זאגן, אבער היינט איז מיין גוישן געבורטסטאג. און מיר פייערן עס נישט בשיטה, וועגן סאיז גארנישט ווערט, נאר די אידישע איז חשוב. עס איז ווי סעלעברירן א גוישן חאגע און מיינען אז סאיז יום טוב. און דאס עצם בורטדעי פארטי איז חוקת הגוי. פרעה פלעגט מאכן אן עסק ביים נילוס ווען ערט זיך געיערט, און מיר גייען נישט אין די מצרישע דרכים, חוץ ווען מ'פאשעט זיך
     ווי די זיבן פעטע קיען.
    שפעציעל ביי אונז היימישע איז די עלטער פון א מענטש זעהר א געהיימע זאך. אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין. קינדער ווייסן אז זייערע עלטערן זענען צוואנציג אדער הונדערט. א פרוי אין די גארער וועלט קאן אויך באליידיגט ווערן טאמער פרעגט מען איר ווי אלט זי איז, ווייל לויט דעם קאן מען אויסרעכענען צו די קנייטשן שטימען מיט די מציאות. אז זי רעדט איין פארן כלל אז זי איז פופצן יאר יונגער, ווערן פלוצים פארשוואונדן די טיפע שטריכן אויפן צורה, און איר הויט ווערט אויפאמאל גלאט געביגלט.
    איז אפילו מאדערן גערעדט, האב איך זיך אלץ געוואונדערט וואז איז די פשט פון זיך פרייען ווי א ראזשינקע ווען מ'עלטערט זיך אין פריידן? דא וויל מען בלייבן יונג און דא עסט מען קוכןס אז מקלעטערט נענטער צום טויט. צומישטע בריות. און דאס אויסלעשן ליכט, איז דאס נישט דאס פארקערטע פון לעבן? מ'בלאזט אויס דאס פלאם מיט אן ערנסטן פנים און מהאפט און מ'בעט אז מ'זאל קענען לשנה הבאה ווידעראמאל אויסבלאזן די זעלבע מאס וואקסענע ליכט, מיט איינס מער. אויב די גוים וואלטן געהאלטן חנוכה וואלטן זיי כאטש געהאט וואס צו טוען דערמיט, שטאטס מאכן בל תשחית, אדער אוועקליין פון יאר צו יאר, ווי די קארגע טוען, ביז עס ווערט פיצל פיצל און צאנקט אויס גלייך ביים אנצינדן.
    און וואס האט די מענטש געטוען אז מ'באווארפט אים מיט מתנות? אז ער האט געלאזט צייט דורכגיין און עס דערלעבט נאך אויך? קלערטס מיר אויף וואס דער ענין פון די משוגעת איז, חוץ א תירוץ פאר פרעסן קרעמיש און הוליען וועגן מען איז א טאג ווייטער פון די טאג פריער