Saturday, December 1, 2012

ביי די וואלן

וואלן. נישט די כוואליע סארט פון שטורמישן האריגאן, נאר פון "ברק" און "ראמני". אן אויסוואל צווישן צוויי מכות ווי ס'שיינט.
בלק ווייסן מיר זיכער האט גארנישט אויפגעטוען די לעצטע פאר יאר, כאטש ער'ט צוגעזאגט קליין געלט, והא ראי' אלע חסידים זענען נאך אויף עסן שטעמפלעך און חלק ח' מוז זיין אז ס'נישט דא י'אבס. ווייל מיר זענען דאך אמתע מענטשן, מיר פעלטשן נישט. ווי אויך זיינען נאך די כוללים אנגעפילט מיט באנק קוועטשערס.
די שאלה איז נאר אויב ר"ם על כל גוים איז עפעס בעסער. ער איז דאך א פרומער, אבער מאנכע האלטן אז קריסטן זענען ערגער ווי די וואס גלייבן לגמרי נישט אין גאט, אזוי ווי פיל ליבעראלע ליידער, זיינען מיר זעהר פארצווייפלט.
אויף דערווייל האב איך געשטימט פאר זיך אליין, ווייל דאס קאן זיכער נישט שאטן. העמער זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן.
 
פיל קריגערישע קאפלס זענען געגאנגען זייט ביי זייט, ארויס צו די וואוטינג בודקעס. בין איך צוגעגאנגען צו איינע פון זיי, און געפרעגט, וואס גייט פאר, מ'זעהט אייך שוין די לעצטע פאר יאר נישט אין זעלבן הויז צוזאמען, וואס איז פשט פונעם פלוצים'דיגן פּאָרזאמען שפאציר? איר זעהט אויס ווי די פארן וואס גייען אין תיבה אריין, אין אזא טהורה'דיגן צושטאנד נאך אויך..?
זאגן זיי, ניין. בכלל נישט. חלילה וחס! מיר כאפן זיך פשוט צו צו יעדע געלעגנהייט אווי מיר קאנען זיך טענהן אויף פארקערט. מילא קלעטערן מיר אין די קעלט, אז איך זאל וועגן דעם וואגשאל אויף רעכטס און זי אויף לינקס.
ביי אונז באלאנסירט מען אלעס אויף אזא וועג אז אלעס בלייבט גענוי ווי עס איז געווען פריער. און אזוי קומען מיר זיך שוין דורך זייט אונזער חתונה, (יא מער געדאכט).
איך גיי אהיים, און איך וואונדער זיך פארוואס עס פאלט זיי נישט איין צו באלאנסירן דעם הרי את מיט מסכת גיטין.

Wednesday, October 17, 2012

ר"ח ... יהי' ביום ...

א גוטן חודש און א גוט יאר. און א גוט יו"ט צו אלע פרויען. ווייל מיר האבן זיך געהאלטן פעסט קעגן גאלדענעם קעלבל זיינען מיר באגליקט מיט א חג צוועלף מאל א יאר, אדער דרייצן ווען חודש אדר שטאלפערט. די גוים וואס ווילן פראווען ר"ח האבן דאס נאר י"ב, פארדעם אליין לוינט זיך צו זיין א איד.
איז אזוי געווען, די מענער זענען אהיים און געזאגט, ווייבער געטס נאר אבער אייערע מיכל נעגרין רינגלעך, שטערלינג זילבער אויערינגלעך, קופערנע נאזבאנדן און אנדערע צירונגען. די באמישע האבן פארלאנגט "אנקלעטס" אויך. האבן די פרויען געזאגט, ביסט משוגע? איך האב שווער געהארעוועט פאר די סוואראווסקי שטיינדלעך, (אגב, די צושפליטערטע קריסטאלן איז א זכר/רמז פאר די צובראכענע לוחות) איך האב דערפאר צוויי טעג געריבן די שכנים'ס שמוציגע ווינדלען, צודרייט דארף איך זיין זיי דאס צו געבן סתם פאר עפעס א קלאצישן קו וואס זעהט אויס ווי א חוזק נעבן הויכן שטאטשו אוו ליבערטי .ווייל דו האסט באשלאסן צו דינען דעם ניט אידישן געטשקע בין איך עפעס שולדיג?
און אין דעם זכות זיינען מיר באפרייט פון סיי וועלכע ארבעט וואס אידענעס פלעגן אמאל טוען. ווי למשל פארנייען לאטעס אדער צוריסענע זאקן. אבער אלצדינג וואס ווערט היינט צוטאגס פאררעכנט ווי ארבעט, דאס איז מותר לכתחלה. מילא, דארף מען זיך האלטן אין איין דערמאנען אז באמת איז א יו"ט היינט. ס'דא משפחות וואס פייערן די טאג דורך עסן מילכיגס. מילכיגס איז דאך וואס מאכט מיטוואך אזוי עקסייטונג בלע"ז. גיי ווייס פארוואס זיי צווינגען אונז ניט צו עסן הינער אין די 9 טעג. א פארמישטע וועלט.
דעריבער געוויסע חדשים האבן מיר נאר איין טאג ר"ח, אבער אנדערע האבן מיר צוויי, אזוי קאן מען שטיצן מהדרין, ג'עי ג'עי און גאלדען פלאו און גרינ'ס ווייל מ'עסט דאך סייווי מילכיגס 2 טעג אין א צו. די סנהדרין ביים אוועקשטעלן דעם לוח האבן דאס קלאר געטוען ברוח הקודש, זעענדיג אז פון זיי וועט ארויס די גרינדערס די אויבנדערמאנטע קאמפעניס.
ס'דא וואס זיינען דייקא מקפיד ניט אנצורירן גאלדן פלאו ווייל עס דערמאנט פון גאלדענעם עגל, אווי אום יום הקדוש ווען מ'טוט זיך אויס די עכטע צירונגן ס'זאל ניט ברענגען א רוגזה פון הימל.
 
מיר ברויכן זיך איצט שיידן גיין אריינכאפן די לעצטע מנין מוסף, און אינאיינוועגס אריינשמייסן האלב הלל -(וואס איז באמת דריי פערטל, אז מ'שטעלט זיך אפ מעסטן) איז האטס אלע א געלונגענע דרייסיג טאג!


Saturday, October 6, 2012

א שיעור אין הלכות כפרות...

שלום וברכה פון ארץ כנען.
מיר זיינען דא ביז מיר וועלן באקריגן דעם באפעל פון לך לך.
היצט איז ערב יום כיפור/ עשי"ת. אין די טעג איז א גרויסע ענין עובר צו זיין אויף בל תשחית און צער בעלי חיים.
לאמיר אנהויבן מיט כפרות. אגב, דא אין ירושלים קאן מען מיט נאך א בעל חי שלאגן. עס איז פארהאן פילע גלגולים לויט די צאל קעץ, איז קאנען ביידע האבן א תיקון אויפאמאל, די שלעגער און די געשלאגענע.
איז אזוי, א מענטש טוט וואס ער וויל א גאנץ יאר, און ווערט לויז פון אלע זינד דורך נעמען א קוויטשעדיג הינדל און עס דרייען איבערן קאפ ווי א דריידל. מאנכע זאגן אז די כפרות וואס מאכן "עקסידענטן" בשעת מעשה, איז ווירקליך א גרעסערע כפרת עוונות מחמת די עגמת נפש וואס עס פארשאפט. אבער עכטע דאַמעס באנוצן זיך מיט רעין-באנעטס על כל צרה שלא תבא.
נאכהער, נעמט מען די זינדיגע עוף און אלץ שטראף פאר זיינע אלע נייע עבירות, דערלאנגט מען אים א פעסטע שטויס און מ'פירט אים אונטערן מעסער.
פאר פרויען וואס זענען מעוברת, נעמען זיי איינס פאר זיך און צוויי פארן אומגעבוירן קינד וואס איז זיכער מלא חטא און ברויך דרינגענד א כפרה. די וואס ווערן באשאפן נאך יו"כ, ווייס איך ניט טאקע וויאזוי מ'לאזט זיי געבוירן ווערן אן תשובה טוען.
איז שטעלט אייך פאר די אידענעס אין מצרים, זיי האבן ערווארטן זעקס אויפאמאל. האט מען געברויכט נעמען נאך 12 הינער ווייל מ'ווייסט דאך ניט וואס זיי זענען...
אבער פאר אידישקייט צאלט מען געלט


Wednesday, August 15, 2012

פאנטאזיעס פון שעי' געצעלע דער שכן...



מיין גוישן געבורטסטאג

  • א גוטן אייך אלע. איך ווייס ניט אויב עס איז אפילו ווערט צו זאגן, אבער היינט איז מיין גוישן געבורטסטאג. און מיר פייערן עס נישט בשיטה, וועגן סאיז גארנישט ווערט, נאר די אידישע איז חשוב. עס איז ווי סעלעברירן א גוישן חאגע און מיינען אז סאיז יום טוב. און דאס עצם בורטדעי פארטי איז חוקת הגוי. פרעה פלעגט מאכן אן עסק ביים נילוס ווען ערט זיך געיערט, און מיר גייען נישט אין די מצרישע דרכים, חוץ ווען מ'פאשעט זיך
     ווי די זיבן פעטע קיען.
    שפעציעל ביי אונז היימישע איז די עלטער פון א מענטש זעהר א געהיימע זאך. אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין. קינדער ווייסן אז זייערע עלטערן זענען צוואנציג אדער הונדערט. א פרוי אין די גארער וועלט קאן אויך באליידיגט ווערן טאמער פרעגט מען איר ווי אלט זי איז, ווייל לויט דעם קאן מען אויסרעכענען צו די קנייטשן שטימען מיט די מציאות. אז זי רעדט איין פארן כלל אז זי איז פופצן יאר יונגער, ווערן פלוצים פארשוואונדן די טיפע שטריכן אויפן צורה, און איר הויט ווערט אויפאמאל גלאט געביגלט.
    איז אפילו מאדערן גערעדט, האב איך זיך אלץ געוואונדערט וואז איז די פשט פון זיך פרייען ווי א ראזשינקע ווען מ'עלטערט זיך אין פריידן? דא וויל מען בלייבן יונג און דא עסט מען קוכןס אז מקלעטערט נענטער צום טויט. צומישטע בריות. און דאס אויסלעשן ליכט, איז דאס נישט דאס פארקערטע פון לעבן? מ'בלאזט אויס דאס פלאם מיט אן ערנסטן פנים און מהאפט און מ'בעט אז מ'זאל קענען לשנה הבאה ווידעראמאל אויסבלאזן די זעלבע מאס וואקסענע ליכט, מיט איינס מער. אויב די גוים וואלטן געהאלטן חנוכה וואלטן זיי כאטש געהאט וואס צו טוען דערמיט, שטאטס מאכן בל תשחית, אדער אוועקליין פון יאר צו יאר, ווי די קארגע טוען, ביז עס ווערט פיצל פיצל און צאנקט אויס גלייך ביים אנצינדן.
    און וואס האט די מענטש געטוען אז מ'באווארפט אים מיט מתנות? אז ער האט געלאזט צייט דורכגיין און עס דערלעבט נאך אויך? קלערטס מיר אויף וואס דער ענין פון די משוגעת איז, חוץ א תירוץ פאר פרעסן קרעמיש און הוליען וועגן מען איז א טאג ווייטער פון די טאג פריער

Saturday, June 2, 2012

ווען עס רעגנט...

א גוט שבת צו יעדעם, האט'ס הנאה פונעם אפגעקילטן וועטער, און אויב ס'רעגנט זאל מען ניט פארגעסן אנצוטוען די רעין באנעטס פון טיפטאפ. די מענער דארפן אנטוען שפעציעלע מעיל'ן ווייל זיי האבן מורא צו קאליע מאכן די רעגן שטריימלעך, ווייל דאס טראגט מען דאך שיינע שבתים און חתונות.
די עכטע חתן שטריימל לייגט מען אוועק פון אייגן חתונה צו ווען מ'ווערט די ערשטע מאל א מחותן.
אגב, איך געדענק נאך די גוטע צייטן ווען אידן פלעגן אנשטאטס די טייערע רעגן מאנטלעך טראגן היימישע כשרע שאפינג בעגס אויף די ביבער הוטן. סאיז געווען פון מיני מארקעט, לעפקאוויטש גראסערי, אדער די בעידזשע דינערע פון בוטשער סטאר. מחמירים פלעגן מקפיד זיין עס זאל זיין עטליכע לעכער דערינען, זכר לחורבן, און אז די טראפנס וואס גייען ארויף אויף די סאמעט זאל זיין א כפרת עוונות. היינטיגע טעג איז מען פענסיער דאהי און ס'פאסט שוין נישט.
איך געדענק א צייט וואס איך בין געוועזן באצוואונגען זיך ארומציוויקלען ש"ק מיט א פלעסטיק טישטוך מחמת דעם פלוצים'דיגן גאס וואס האט אונז באפאלן. איך האב מיך קודם אביסל געשעמט, אבער נאכהער איינגעזעהן אינעם פראקטישקייט, און יעדעם'ס קנאה בליקן בשעת זיי ווערן דורכגעווייקט, און געהויבן די קאפ העכער. פון דאן אן טוה איך עס לכתחלה. מעשה שהיה.
אגב, סתם אזוי איז א גוטע געוואוינהייט זיך אפצוהאלטן פון נוצן שירעם'ס אינדערוואכן ווייל מקאן חלילה עפענען דאס זאך אינדערהיים, און מיר ווילן ניט ברענגען א מבול די טאג פון חופה ח"ו. א שטייגער אז די עירוב רב וואס טראגן, קאנען שבת ויו"ט עס נוצן אין גאס ווייל זיי מיינען סאיז נאר א שאלה פון טראגן און ניט א גדר אויף מוקצה.
איז מיין תפלה אז זאלן די גשמי ברכה פארוואנדלט ווערן צו רוחני ברכה די וואך.
גוט שבת גוט שבת.

Tuesday, May 29, 2012

וויכטיגע לעקציע פאר חסידים וואס זוכן פאן

הימלישע זאכן אז ווי-נאר איך כאפ מיך אויף דערזעען מיר זיך מיט תרי"ג חסידים. זעהן מיר קלאר אז די תורה איז חי וקים. אויך איז עס 613 ווי די מילגרוים, וואס איז זיס ווי די תורה. און די רימונים און פעמונים אויף די כהן גדול'ס מעיל, ווייזט אז ווען סקומט צו די תריג מצוות, דארף מען עס טוען מיט א רעש. לאזן יעדעם וויסן אז מיר קומען און מיר זיינען שטאלצע אידן. וועל איך געבן א דוגמא. ס'דא אזא מין מנהג ביי אנשי שלומינו, אז ווען מ'גייט צום באר אדער סטריפ קלאב ל"ע, שעמט מען זיך ליידער מיטן צלם אלוקים. פלוצים ווערט די דזשויאיש פרייד פארשוואונדן ווי א רעגנבויגן. מילא וויל מען אויסזעהן ווי א גלייכע גוי. האט מען אנטפלעקט אז ס'דא פאר דעם א פשוטע עצה. מ'ציעט ארויף עפעס א בעיסבאל קעפ דארט ווי די תפילין של ראש געהער, מ'לייגט די לענגליכע פאות אונטערן אויער, און מ'קוקט אויס גלאט ווי א שחור. די בארד גיבט מען אמאל א ספרעי אן רעדט מען זיך איין עס איז שוין נישט דארט. און אזוי גייט מען אריין אין קרעטשמע אדער בית זונה, און מהאקט אריין ווי א פאטריקאנע. און מ'שפירט זיך ווי איינס. ווייל ווער קאן דערקענען א אידיש צורה אונטער דעם יענקל'ס הוט? און ווען פאר א נויט זעהט מען געלע ציצית אדורך די לעדערנע רייסערישע דזשאקעט איז דאך געהעריג מראות עין. און דאס זעלבסט איז א גרויסע איסור און א שאלה ווייל אנדערע קענען חושד בכשרים זיין אז מ'רעדט נאר ספאניש.
און דאס איז די חורבן, און דעריבער בריט מען זיך אפ און מ'זעהט זיך קרוב דערנאך אויף יו-טוב. ווייל העט מען מען אריין אנע בושה מיטן פלאטשיגן בובער הוט, טייערע שטריימל אדער א ברייטע דעליקאטע סאמעטענע קאפל, וואלטן די מיידלעך אזוי משוגע געווארן, זיי וואלטן גלייך געפאלן אויף אייך און אהיימגענומען, בעפאר א באנדיט קאן א בילד כאפער ארויסנעמען פון בוזעם טאש

 

רעדנדיג פון חסידים ואנשי מעשה וואס גייען פאשן אין פרעמדע פעלדער, איז אפשר יעצט די געלעגנהייט צו רעדן פון דברים העומדים על הפרק, וואס קוועטשט מיר שוין לאנג. ס'פארהאן פילע מאנספערזאנען וואס האלטן זיך א שטיקל אויפגעקלערט, און באשליסן איין טאג אז זיי זענען סוף כל סוף ניט צו פרום זיך צו טרעפן מיט מיידלעך אונטער איין דאך. ס'דא וואס הויבן אן שטייטעלעך, אז ס'הייסט נישט אפיציעל זיי דרייען זיך מיט מיידלעך, ווי למשל אין ארבעטספלאץ, אין פלעצער ווי דאנערשטאג נאכט פארזאמלונגען ווי ס'רובמענער ווייל די פרויען ווערן דערשראקן פון די קריפס, (אגב איך גיי צו עטליכע אזוינע פלעצער און ס'איז גאנץ געשמאק ווען די משוגעים לאקערן נישט).

אדער געפונען זיך די גאר געוואגטע וואס שפרונגען גלייך אריין אין ווילדע קלאבס רעיווס אדער אונטערערדישע מסיבות וואו ס'הערשט א שטארקע תערובות. און דער יונגערמאן אדער עלטערע בחור איז שטארק הונגעריג, און לעכצט נאך א שטיקל פרישע פלייש. הייבט מען זיך אן אומקוקן, און דאס אויג פאלט אויף די ערשטע נקבה וואס טראגט א קורצע שעסל, אדער אפילו לאנגע הויזן, אבער אז זי איז ניט אנגעטוען חסידיש מוז זי זיכער זיין גרייט פאר א סעודה. עין רואה והלב חומד והידים נוגעים. אט דא הייבט אלעס גיין מיטן פיטום אראפ. מ'קוקט דיזע מוידן אן ווי אביעקטן אן דיספלעי, און מ'הייבט אן טאפן און רירן, רעכטס און לינקס. נאכהער וואונדערט מען זיך ווען א פאליציי מאן קומט צו גיין מיט קייטלען און בינדט די הענט אזש מ'קאן שוין מער ניט אריינגראבלען אין די קושקעס.
דאס קלינגט אפשר עקסטרעם, אבער דאס איז ליידער א העכסט נארמאלע ערשיינונג. פרעגט אייך נאך ביי די נישט היימיש אדער שקצים, באר טענדערס וכדומה העלן זיי אייך דערציילן א פאק מעשיות. צו מיר אליין האבן ענליכע זאכן פאסירט דא און דארט שפעציעל עקס חסידים וואס מיינען אז יעדע מיידל וואס טוישט דאס לעבנסשטייגער אויף מער סעקיולאר, איז זי שוין אוטומאטיש א זונה.
און סתם אזוי אפילו די וואס וואלטן שוין יא געווען שומר נגיעה מחמת פחד התפיסה, איז דא אסאך צו לערנען ווי אזוי מ'רעדט בכלל צו א פרוי.
האקטס אייך אריין אין קאפ אז א פרוי איז צו ערשטנס א "מענטש". נישט א חפץ אדער א כלי זיך צו באנוצן פארן אייגן פארגעניגן. זי האט א כאראקטער, א פערסאנעליטי, געפילן און געשמאק. יא- דאס מיינט אז אפילו דו ציעסט צו איר, מיינט דאס בכלל ניט אז זי גלייכט דיך צוריק. וויאזוי וואלט איר געשפירט ווען למשל א פארזעעניש פון א פרוי הייבט אן רודערן און גייט אייך נאך און לאזט נישט אפ? ניט אזוי געשמאק, הא? און קל וחומר ווען זי אטעמט שווער און די שווייס גערוך איז שטארק.. אט אזוי שפירן לעדיס ווען מ'באפאלט זיי.
איז אוואו הייבט מען אן? כלל אלף.:
מען באגעגנט א פרוי וואו אימער. אויב איז דא א מיוטשל פרענד איז די בעסטע אויב יענער אינטרעדוסט אייך. אדער גייט אליין צו. פארגעסט די נארישע פיקאפ לייןס וואס וועלן אייך לכאורה נאר פירן אין פריץ'ס קעלער אריין. זאגט, היי, מיי נעים איז דעיוו וואטס יורס? און מ'קאן אויסשטרעקן א זרוע נטיעה אין פארעם פון שלום עליכם, אזוי ווי ווען מטרעפט א חבר אויפן גאס נאכן נישט זעהן א שטיק צייט. נישט געראטן צן שאקלען צו לאנג אדער צוברעכן אירע נוקלען פון גרויס עקסטאז
טאמער זאגט זי איים לוסי און זי הייבט אן קוקן רעכטס לינטס אויבן און אונטן נאר נישט אויף אייך, איז לכאורה צייט פאר אייך צו זוכן א נייע קרבן. אדער אהיימצוגיין אויספוצן די ציין, אדער אויסביגלען די געקרייזלטע שנאלץ.

אויב זייט איר מזלדיג, און זי זעהט אויס אינטערסירט צו הערן פערל רייד פון אייך , הייבט אן פירן א שמיעוס אבער זייט זייער פארזיכטיג פון וואס איר רעדט. נישט פרעגן "יו וואנע דא פאן?", נאר פון וואנעט זי קומט, אויב זאגט זי פון רוסלאנד קאן מען פרעגן וויאזוי איז דאס לעבן דארט, (נישט צו זי האט מיטגעברענגט נאך פריינט פראסטיטוטן) און אומשולדיגע סמאל טאלק, וואס מ'וואלט געשמועסט מיט א מומע אדער א פעטער. אביסל ווייניגער היימיש אפשר, אבער מיטן זעלבן דרך ארץ.
געדענקט, איר פרובירט יעצט צו ווערן "באפריינדעט" און איר מאכן שפירן באקוועם, נישט אז איר זייט א רוצח, אבער אייער לבוש אליין קען צומאל מאכן א מענטש אנ-איזי וואס האט דאס נאך קיינמאל ניט געזעהן. און כל שכן אויב האבן זיי שוין יא געזעהן אדער געהערט דערפון, ברויכו איר מסתם ארבעטן דאפלט שווער אויפצוווייזן אז איר זענט יא נארמאל. און ווייטער, נישט זיין נייס אין אנהויב כדי צו קענען שפעטער רעיפן מיט צוואנג. נישט טראכטן פון סעקס, נאר זיך צוגעוויינען צו רעדן צו דאס אנדער פאלק אלץ אנשטענדיגע סטרעינדזשערס.
אויב גייט דורך אפאר מינוט און די שמיעוס גייט גוט, שיידט אייך שיין דורך נאכאמאל געבן א האנט-שעיק, און איידל זאגן "איט וואז נייס טו מיט יו"
מיר וועלן מערצעשעם פארזעצן אין חלק ב הלכות פלירטינג. (אויפדערווייל פראקטיצירט דאס ביז עס ווערט א טבע).

Wednesday, May 23, 2012

א וויכטיגע פראגע צו די הייסע חסידים

האט איינער געראטן אז היצטערט אז מיר האבן שוין זעקס הונדערט חסידים, איז העכסט צייט צו געבן א נאמען די חסידות. איז וואס זענען די געטרייע חסידים מייעץ? קודם ברויך מען אפמאכן טאמער איז דאס לשון זכר אדער נקבה? יחיד או רבים? געטליך אדער ערדיש?
א נאמען פון א פארשטופט שטעטל פון אייראפע אזוי ווי מנהג ישראל (אדער גאר א געסל אויב איז שוין נישטא און קיינער וועט ניט וויסן א חילוק חוץ אויב ער'ז א פרישע גר צדק און האט זיך הערשט אריינגעצויגן פון אונגארן)
זאל עס זיין קאמיש, אזויווי באלאנער רבי למשל, אדער גאר ערנסט ווי קרעטשניף? זאל עס זיין באמבאסטיש ווי קרית יואלער רב, אדער עניוותדיג ווי מ"ר ע"ה וואס האט זיך גאר גערופן ביים ערשטן נאמען? אפשר ווי איינער פון די מלאכי השרת אדער שרעקעדיג ווי די שרפים? פריקי בלע"ז ווי די שדים?
אפשר אפעטיטלעך -אן עסן ווי מארעך ביינער קען זיין זעהר אריגינעל. איז שלאגמער זיך די דעה און מ'קאן ניט באשליסן. מיר בעטן דער עולם זאל ביישטייערן מיט עצות און דעות.

Sunday, May 13, 2012

היפאקטריווסע פון געבן מערערע נעמען

עס טוט מיר באנג צו זעהן ווי עלטערן האבן נישט וואס צו טוען ביים קינד'ס ברית אדער קידוש, אדער צוליבן פחד אז נאכן געבענטשט ווערן מיט זרע של קיימא וועלן זיך חלילה די שערי ברכה פארהאקן. און מ'וויל אינאיינוועגס צופרידן שטעלן אלע זיידעס און באבעס ארויף ביז אדם און חוה - זיי נהנה זיין מיט אן עליית נשמה, געבן זיי נעמען פאר די קינדער ביז איבערן קאפ ווי למשל ארי-ה (לייב) גרונם קלונימוס פייטל גימפל בן רחב קריינדל פעשא מירל תמר שפרה, וכדומה.
יעצט שטעלטס אייך פאר, דער פייטל איז דאך א שלימזל, ווי זיין נאמען צייגט אן. פאסירן ערד ציטערנישן ביינאים אין שטוב א שטייגער מ'קוקט אייער פאר בליץ טרעפ און די גאנצע דאזען גיבט א פלאץ אויף אויפאמאל אויף די צושאסענע מאמע תמר רחב'ל.
יעצט א רעאקציע ווי ערווארטעט איז אז די מאמע שרייט "פייטל! כאפ כאטש די צווייטע שאכטל פאר ס'פארהארגעט מיין הערמיס פלורעסענט טיכל!" אבער פון וועגן דעם אז ס'איז אן ענין צו רופן א קינד ביים פולן נאמען וואס מ'האט אים געשאנקען ביים אפשניידן דאס ערלה. הייבט זי אן קעקעצן אז ס'גייט א רויעך, זי קען בשום אופן נישט געדענקען דעם ריכטיגן סדר. זי לויפט צום ספרים שאנק און הייבט פיבערהאפטיג אן נישטערן פאר בר מצוה מתנות, אפשר אויפן דעקל פון איינע פון די ליקוטים וועט מען זעהן אויסגעשריבן דאס גאנצע. הקיצור, דער פעטער וואס האט אים רוב ספרים געגעבן מיטן האפענונג אז ער וועט נאך אמאל בליקן אויך לשון קודש'דיגע אותיות איז דאך געווען צו ארעם צו קענען דאס גאנצע שם אויסקריצן, ווייל מ'צאלט דאך פאר יעדעס אות עקסטרע. די מאמע איז אויס טורבעניש מאכער. איבריג צו זאגן אז עס טוט זיך יעצט א פולקאמע איבערקערעניש אין קאך.
און לאמיר זאגן אז פייטל גרונם קלונימוס א.א.וו. וואלט נישט געראטן אין זיין מאמע רחב תמר פעשא א.ד.ג., און זי וואלט יא געהאט א בעסערע זכרון ווי אים, און זי וואלט געדענקט די רייע נעמען מיט א קלארקייט, קען נאך אלץ אין די צייט פון ווען זי הייבט אן ביז זי ענדיגט, א פייער אויספלאקערן. אדער א ים איבערפליסן. און מיר ווילן נישט טראכטן אפילו וואס נאך סאיז אומשטאנד צו פאסירן אין אזא לויף פון זמן, ווייל סאיז סכנות נפשות און די האר קען זיך פון קאפ אויפשטעלן.

לאמיר יעצט פרובירן פארגעסן פון די מהפכה און זיך דערמאנען וואס נאך די לאנגע ענדלאזע נעמען האבן שוין אנגעברענגט. ממש סאיז א בחינה פון אלו דברים שאין להם שיעור. פייטלע האט ביי די פינעף געכאפט כפרה פינטלעך ל"ע. און וויבאלד סהאט געקראצט אן אויפהער, איז מען געלאפן צום רבין פועלן א רפואה שלימה. איז וואס טוען ערליכע אידן ווען ס'מאכט זיך א חולשה אין קערפער רח"ל? מען לייגט צו א נאמען. ס'דאך במילא געווען צו קורץ. און פאר די וואס מוזן אייביג זאגן פארקערט, גייט אן די כלל פון כל המוסיף גורע. גוט, איז נאכן צולייגן חיים, כאפט זיך די פאטער פאר א נויט אז אין הגדה שטייט דאך וכל המרבה הרי זה משובח, און א ספארט שוין לייגט מען צו אויפן וואגן רפאל. מען שיקט עמערדזשענסי טשעין קאלס פארן עולם אויסצוזאגן קי"ט, און ביזן היינטיגן טאג האבן זיי נאך אלץ נישט געענדיגט....

Wednesday, May 2, 2012

געדאנקען חוה"מ ביים וואסער

מיר ליגן אודך אויף די זאמד נעבן ביטש, און טראכטן טיפע מחשבות. מיר זייען ניט אין וואסער אריין, צוליב די מצב התערובות וואס טוט זיך אפ דארט, און צוליב די זוגים וואס זענען עוסק אין ראמאנען אדג. ניט ווייט פון מיר שפילט לעבעדיג מוזיק, און מיר שטאפן ניט צו די אויערן כאטש סאיז ספירה, וועגן סאיז אוכעט חלה מויד. רעדענדיג פון כאלעמויד איז מיר היצטערט קלאר געווארן פארוואס אזויפיל שידוכים ווערן די צייט פון יאר- וועגן "כלה מויד" ניטאמאל א רמז, סאיז אפן ווי א פרוי וואס געבוירט.
פון הונטער מיר בלאזט א קילע מזרח ווינט, אזש די חושים ווערן אינגאנצן צולאזט מחמת רואיגקייט און מנוחת הנפש. אצינד גייען מיר פתאום בויען רעמסס העל איך זיך מוזן שיידן.

Sunday, April 29, 2012

ליצנותא דע"ז...

"די פארבאטענע פרוכטן"

גרין גאלד רויט,
די קראצמעך עץ געבויט.
ס'מאכט מיר בלוט שפייען,
איך קען עס נישט פארדייען
יוזל פלעגט דערויף קריכן,
צלמים צו פארזוכן
שאכטלעך געבינדן ווי ערלה, פון יאר צו יאר באקאנטע
די גרויסע טענה'ן אז ס'קומט פון זיידן סאנטע
עס זעהט אויס רייצנד- ס'גלאנצט און פינקלט
אבער אויב קוקט מען צו לאנג אויף די טמא'נע לעמפלעך ווערן די אויגן פארטונקלט
אילן אילן קריסטלעכע ביימל
איך וועל דיר ליב האבן קיינמאל
אבער דאך עס ציעט די געלע לעכט
אזוי געמיין און שלעכט
איך וויל דיר נאר אנרירן איין מאל.

אינטרעסאנט

אינטערעסאנט אז פסח קומט אויס די זעלבע אין מאס ווי קמח. זיכער האט די פסוק געמיינט פאטעיטע סטארטש...

ס'פשוט פראקטיש...

געוויסע עלעמענטן לאזן בשיטה נאך זיך א שווערע גערוך, אז טאמער חלילה ווערן זיי פארלוירן ערגעצוואו, זאל מען זיי גלייך און גרינג געפינען.

דאס איז אלעס וואונדערליך. אבער צו מיין גוט מזל בין איך תמיד זוכה צו האבן די באחנטע חברה אין מיין געגנווארט, לכתחלה גלייך אהונטער מיר, אדער פון פראנויס. שפעציעל קלאפ איך אן אין זיי אין א געשטאפטן באן, אדער אן עלעוועיטער וואס בלייבט שטעקן עטליכינע לאנגע שטונדן.
די שרעקליכע ריח ניחוח קיצלט די האקעלע נאז לעכער, ס'הייבט אן איבלען און דאס עולם וואונדערט זיך טאמער יעדער אין צימער שוואנגערט, אדער איז עס אן 11טע מכה.
איך וואונטש דאס ניט פאר מיינע גרעסטע מתנגדים...

א גימטריא

חכמת נשים בנתה ביתה. די ראשי תיבות איז גימטריה צוויי אין זעכציג, ס"ב. = נוטריקון בורטדעי סוט. = חוה פארן חטא