Sunday, April 29, 2012

ליצנותא דע"ז...

"די פארבאטענע פרוכטן"

גרין גאלד רויט,
די קראצמעך עץ געבויט.
ס'מאכט מיר בלוט שפייען,
איך קען עס נישט פארדייען
יוזל פלעגט דערויף קריכן,
צלמים צו פארזוכן
שאכטלעך געבינדן ווי ערלה, פון יאר צו יאר באקאנטע
די גרויסע טענה'ן אז ס'קומט פון זיידן סאנטע
עס זעהט אויס רייצנד- ס'גלאנצט און פינקלט
אבער אויב קוקט מען צו לאנג אויף די טמא'נע לעמפלעך ווערן די אויגן פארטונקלט
אילן אילן קריסטלעכע ביימל
איך וועל דיר ליב האבן קיינמאל
אבער דאך עס ציעט די געלע לעכט
אזוי געמיין און שלעכט
איך וויל דיר נאר אנרירן איין מאל.

אינטרעסאנט

אינטערעסאנט אז פסח קומט אויס די זעלבע אין מאס ווי קמח. זיכער האט די פסוק געמיינט פאטעיטע סטארטש...

ס'פשוט פראקטיש...

געוויסע עלעמענטן לאזן בשיטה נאך זיך א שווערע גערוך, אז טאמער חלילה ווערן זיי פארלוירן ערגעצוואו, זאל מען זיי גלייך און גרינג געפינען.

דאס איז אלעס וואונדערליך. אבער צו מיין גוט מזל בין איך תמיד זוכה צו האבן די באחנטע חברה אין מיין געגנווארט, לכתחלה גלייך אהונטער מיר, אדער פון פראנויס. שפעציעל קלאפ איך אן אין זיי אין א געשטאפטן באן, אדער אן עלעוועיטער וואס בלייבט שטעקן עטליכינע לאנגע שטונדן.
די שרעקליכע ריח ניחוח קיצלט די האקעלע נאז לעכער, ס'הייבט אן איבלען און דאס עולם וואונדערט זיך טאמער יעדער אין צימער שוואנגערט, אדער איז עס אן 11טע מכה.
איך וואונטש דאס ניט פאר מיינע גרעסטע מתנגדים...

א גימטריא

חכמת נשים בנתה ביתה. די ראשי תיבות איז גימטריה צוויי אין זעכציג, ס"ב. = נוטריקון בורטדעי סוט. = חוה פארן חטא

קורצע פאעזיע

צייט איז באגרעניצט, דאס לעבן לאנג ווי א געניץ. ס'ברענט אפ שנעל ווי פעניץ.
איז מיין פריוו, צו זיין פאזיטיוו, און שיקן יעדעם מיינע ליבנס בריוו

א שטארקע טענה

וואס האבן מענטשן קעגן ליידיג גייערס? כאטשיג גייען זיי ערגעץ...

שטארקע נקודה!

אסאך מאל קוקט מען נאך א מענטש און מ'וואונדערט זיך פארוואס ער טוט א געוויס זאך, ס'פאלט נישט ביי אז יענער איז סתם פארחלומט, ס'האט נישט קיין שום פשט. איינער איז איבערמיטיג און טוט מאדנע זאכן, אנדערע בויען דור הפלגה טורעםס דערויף, ווען שטעלט זיך ארויס אז ס'איז פיתום ורעמסס