Friday, April 27, 2012

וויכטיגע אנווייזונגען לכבוד שבת

די שבת המלכה קומט באלד אן מיט פאראדע. צדיקת באה לעיר. גרייטס איר אן א באזונדערע טישל וועגן תערובות.
איך וויל אויך אויפמערקזאם מאכן אויף עטליכע מכשולות וואס קענען חלילה פארקומען אין דעם הייליגן טאג. קודם, ווען די לאנגע פיר און צוואנציגע אינטש פאות טונקען זיך איין אין די יוך פרייטאג צו נאכטס, קען עס צוקומען צו סחיטה. איז צוויי ברירות: אדער רוקט מען אזוי די לאקן אונטער די אויער, פענסי, און מען בינדט צאם ביידע סיידלאקס אזוי ווי אין א פאוני ראבער בלע"ז, על כל צרה שלא תבא, אדער עסט מען בכלל נישט קיין זופ.
אויכעט איז דא די נעקסטע צופרי ביים טשאלענט, מיר ווייסן אוכל מן הפסולת איז אויסגעהאלטן, אבער אנשי שלומינו ווערן אינגאנצן צומישט און מען טוט פארקערט און מען הייבט אן אויסזייגן די מארעך ביינער וואס לויט מיין פשוטע דעה איז נישט ראוי לאכילה, און ס'איז ממש ערנסטע שאלות פון בורר.


און אז מען רעדט שוין פון די פריוואטע, אומאנגענעמע ענינים וועל איך אויך אויפברענגען די נחשון בן עמינדבס וואס די בארד זייערע איז ווי א וואלד אין די פינסטערע נאכט. פארקניפטע צווייגלעך און פארוועלקטע בלעטער פאכענען אין די ווינט. די שיריים פון שלש סעודות כמנהג אבותיו נעכטיגט דארט ביז ערב פסח, ווען מען איז געצווינגען אויסצורוימען די ברעקלעך חמץ פון דארט. איי עס איז שווער, ווען עס וואקסט שוין שימל דערויף. אבער וואס טוט מען נישט פאר אידישקייט?

No comments:

Post a Comment