Saturday, April 28, 2012

שיינע פאעזיע

די אויגן לעפלעך ס'קלעבט
די געדאנקען אין א פארוואגלט ארט שוועבט
דאס גוף צום בעטל צוגענאגלט
מיט ברויזנדע טרוימען באהאגלט
ס'חלומט זיך א חלום פון די וועלט
א כוואליע אין קאפ זיך געשטעלט
וואלן ס'רוישט, קיינמאל אנטוישט
עס פליסט שנעלער ווי יענטעס ווערטער געפלוישט
די מחשבות טאפן זיך געשמירט
פון מאל צו מאל עס פרירט
און מען שפירט
אז מען קען זיך לעולם אנדראפן
אין די פעלזן פעסטן וואנט בתוך האמערס וואס קלאפן
און בלייבן איינגעשטעקט
ווארעם צוגעדעקט
ביז דער האן גיבט זיך א צוזינג
און קרייט מיט דעם זייגערס שארפן קלינג

No comments:

Post a Comment