Saturday, April 28, 2012

מעסעדזש לכבוד חנוכה

איז אזוי נאכן פירן אזוי סאך טישן דעם חנוכה (דאס וואס פאר א פשוטע איד וואלט געהייסן להבדל הוליעריי) שפיר איך א שוואכקייט אין אלע אברים. א שטייגער ווי דעם צושמעטערטקייט וואס אנטיוכוס האט געשפירט נאכן אראפטראסקענען פון בייזוויליגן עלעפאנט מיט ווייעדיגע ביינער. זעהט אויס די אורות פון האניקע האבן צו שטארק געלאכטן און ס'האט מיר געשאדט דאס געזונט. אזוי ווי איך אטעם אריין איצט, בין איך חושד אויף אנטצינדענע לונגען אויך.. א הייסע שאל טיי האט מען פריעור געזופט און ס'האט געהאלפן אויף חרוסת. הוי באבוי די יסורים רייסן און איך בין חלש ווי א פליג. אבער מיין גרעסטע זארג איז ווער וועט די באטע אנפירן פאר די חסידים? נאר זיי האב איך אצינד אינזין, און איך קען קיין רוה נישט געפינען.

No comments:

Post a Comment