Wednesday, March 27, 2013

שבת הגדול דרשה...

א גוטן ערב פסח. מיר האבן שוין לאנג נישט פארגעלערנט צוליב גרויס פארנומענקייט, אבער לכבוד דאס באקומען דעם ניין הונדערטסטן חסיד, העלמער אראפלייגן א פאר פערל ווערטער לכבוד דעם זמן חרותינו וואס באמת איז דאס א מצב ביי פילע אז מ'גייט פון עבדות לעוד עבדות .
.איז בדיקת חמץ געווען נעכטן נאכט. מ'גייט באהאלטן צען ברעקלעך און נאכהער צינדט מען אן א לעכטל און מ'טראפט אן די גאנצע הויז מיט חלב זוכנדיג די ברויטלעך. פון דארט קומט די אויסדרוק "זוכן מיט לעכט".
עס איז ענליך צו לייקן א פנים-בוך שטאטוס אז מ'זאל עס קענען דערויף 'אנ-לייקן'
מאנכע גוי'טעס/ רייניגונגס פרויען ווערן באטראפן ווען זיי האבן שעות געקראצט און זיי זעהען די טאטע ארומגיין איבערקוקן טאמער האבן זיי עפעס אן ארט נישט גוט גערוימט. אבער זיי זאגן גארנישט ווייל זיי באקומען א גאנצע שאכטל מיט פערפל, סיריעל, לאקשן און חמץ'דיגע מצות.

איצט צוריק צו די בדיקות. די דיינים זיינען נישט די איינציגע פארנומענע די נאכט. ס'דא וואס זאגן מ'האט די מנהג ערפינדן אז די פרויען זאלן נישט שפירן אז אייביג ברויכן זיי בודק זיין.. זאלן די מענער זיך אויך מוטשען אמאל אין דעם פעלד.
היינטיגע טעג ליידער צאלן מענטשן עטליכע טאלער פאר אזא פעקל חמץ ברעקלעך. עס קומט שוין איינגעוויקלט, אזוי שפארט מען זיך זעהר אסאך צייט און כח, ווייל נאך מסדר זיין א גאנצע הויז פאר טעג און וואכן האט שוין א מענטש ניט קיין ענערגיע צו איינוויקלען צען ברעקלעך אין זילבער פאפיר. אפילו די קינדער וויל מען נישט באמיען מיט די הארעוואניע.
וואס ס'פאלט זיי נישט איין איז אז מ'קאן זיך שפארן טייער געלט אז מ'נוצט די ברעקלעך וואס זענען פארכאפט אינעם פארקניפטן בארד, נאך גאנץ פריש פון אייערנעכטן'ס פרישטאג. פארשטייט זיך נאר די פרומערע קאנען דאס טוען, ווייל די מאדערנע שטיצן זיך דאס בארד, און אזוי פליען די ברעקלעך גלייך אראפ, וואס דאס העכערט די ריזיקע פון ארימקייט אויב טרעטן זיי ארויף אויף זיי ח"ו. אבער ס'דא וואס מאכן א יששכר זבולון אפמאך, און די נחשון בן עמינדב וועלדער האבן במילא גענוג פאר יעדעם.

און צופרי גייט מען און מ'פארברענט אלע עסן וואס די ערל'טע האט נישט געהאט פלאץ מיטצונעמען אין איר זאטשקוי וואס איז שוין אזוי אויך אנגעלאדנט מיט געלקחנטע אוצרות. פייער לענדזשערס פארן ארום מאכן א טומל און עס באלאנסירט אביסל די קולות וברקים וואס גייען פאר אין אידישע הייזער פון גרויס הכנה ליו"ט
די קומענדיגע פאר שעה שניידט מען אייער לאקשן און מ'שיילט אומצאליגע עפל וואס מ'האט באקומען ביי די קמחא דפסחא גיוועוועיס. די הויפןס קאמפאט זיגלט מען איין אין באל דזשארז בלע"ז און דאס נוצט מען ביז קומענדיגע פסח.
די 'רויק' פיש בלייבט אויך צומאל דארט פאר א לאנגע צייט, ווייל נישט יעדער קען עס אין מויל נעמען.
איך וויל צולייגן וועגן דעם אויסדרוק אז צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין.. אז צו ברעכן לאיר המעשה פון דעם זויערן שטאף דארף מען אויך נישט קיין ציין. דזשאסט סעיונג...

ביים סדר זעלבסט..
קדש:די טאטע קומט מיטן קיטל וואס בלייבט ווייס נאר פאר די ערשטע כוס, דערנאך פארן רעשט פונעם יו"ט איז עס אזא פארב פון טרויבן.. ס'דא וואס טענהן ס'גייט אריין בגדר "הידור". אויב ער מאכט שנעל קידוש, ווענדט זיך טאמער ער איז א פארשלעפטע סארט אדער נישט. אדער אויב די אידענע איז שוין
גרייט. עס האט געווענליך ווינציג צוטוען מיט די קינדערלעך'ס איינשלאפן.

ורחץ, מ'וואשט זיך די הענט אן א ברכה אפילו מ'גייט נישט עסן און אפילו מ'איז אויך נישט טמא, וועגן א זאך וואס הייסט או.ס.די.

כרפס... ווען קיינער קוקט נישט נעמט מען אזוי מער פון א כזית פון וועגן מגיד וואס קומט באלד, און מ'וויל פשוט נישט אוועקחלשן פון הונגער. די מרור בלייבט אומגע'פטרט און דאס איז טאקע א חורבן.

יחץ מ'צוברעכט די מיטלסטע מצה. אגב די מצה הייסט לוי. פאר די וואס ווייסן נישט- מצות האבן נעמען. ווען מ'עפענט א שאכטל קרעקערס אדער קוכנס להבדיל האבן זיי לכאורה אויך נעמען. איינס הייסט רחל, איינס הייסט לאה, וכדומה.
די פראבלעם ווערט, ווען מ'צוהאקט דעם מצה מיט אזא עקסטאז אז עס ווערט צושמעטערט אויף שברי שברים און מ'ווייסט נישט וויאזוי מ'וועט ווערן זאט פון אפיקומן.

מגיד האט מען שוין אויסגעשמיעוסט, עס שפירט ווי
יום כיפור ביי ניעלה, די טרוקנקייט פון מויל וכו'. אן עקסטערע הנאה איז ווען אלע פופציג אייניקלעך
שטעלן זיך פרעגן די פיר קשיות. עס גרייכט באלד א צאל פון טויזענטער שווערע קשיות, וואס איין עבדים היינו טוט א שוואכע ארבעט פון פארענטפערן. 

רחצה. או. סי. די שטויסט ווידער אריין, אויב חלילה איז מען טמא געווארן אינצווישן ברויך מען זיך גיין וואשן. (איך האב געהערט אז וויזניצע פירן זיך אויסצוטוען די שיך אינמיטן סדר און צוריק אנטוען, וועגן אזוי האט איינע פון די רעבבעס געטוען ווען ער'ט זיך געוואלט קראצן די פונגוס אינמיטן, איז קאן זיין זיי רירן אן די שיך און ווערן ווירקליך טמא)

מוציא מצה.. מ'פאסט אויס

מרור- די עכטע ביטערע עסט מען נאר פאר אטענשן, ווייל עס איז דאך ביטער ווי גאל,
און גלייך פאר מרור'ן גייען די טאפקעפ כאפן א שלעפ גראז, אזוי אז זיי זאלן קענען מיטהוסן מיטן עולם און קיינער זאל גארנישט כאפן.

כורך, שולחן עורך.. די בעסטע צייט

צפון... די יונגווארג בעטן אפיקומן וואס אדער באקומען זיי שפעטער אדער נישט, שפעציעל ווען זיי פאדערן אז משיח זאל זיך צו'יאגן אדער אז די פופציג יעריגע מאמע זאל זיך ווידעראמאל פרוכטבארן און האבן א בעבי. 

ברך מ'בענטשט . סדא וואס חופערן נאך שנעלער ווי געווענטליך ווייל די נערוון פלאצן אט. 

הלל- אלי' נאבע קומט. איך זעה אים יעדעס יאר אבער רוב וועלט חלומט נאר דערפונען. אבער טאמער ער איז טאקע דאהי אדער נישט, איז יעדער מעיד אז ער טרונקט פונעם כוס. וואס הייסט,ער מוז זיין גאר דורשטיג זייענדיג אין יעדעס אידיש הויז אויפאמאל און איבעראל סערווירט מען אים א ריזן בעכער משקה.
כל שכן וקל וחומר ווען ער איז בלויז עטליכע שעה צוריק געוועזן אין ארץ ישראל.

נרצה, מ'זינגט אלטע דייטש אידישע לידער מיט נאסטאלגיע אפילו מ'קומט פון מארמאראש. מיט דעם האבן מיר דעם סדר פארענדיגט, און מיר האפן גאט ברוך הוא וועט שוין אויסהערן דעם בקשה פון נונבוי דיין טעמפל שורה, כאטש ער איז נישט רעפארם און מסתם באדערט אים עס ווען פרומע בעטן אזעלכע מאדערנע בקשות.
לשנה הבאה בירושלים הבנויה.

Saturday, December 1, 2012

ביי די וואלן

וואלן. נישט די כוואליע סארט פון שטורמישן האריגאן, נאר פון "ברק" און "ראמני". אן אויסוואל צווישן צוויי מכות ווי ס'שיינט.
בלק ווייסן מיר זיכער האט גארנישט אויפגעטוען די לעצטע פאר יאר, כאטש ער'ט צוגעזאגט קליין געלט, והא ראי' אלע חסידים זענען נאך אויף עסן שטעמפלעך און חלק ח' מוז זיין אז ס'נישט דא י'אבס. ווייל מיר זענען דאך אמתע מענטשן, מיר פעלטשן נישט. ווי אויך זיינען נאך די כוללים אנגעפילט מיט באנק קוועטשערס.
די שאלה איז נאר אויב ר"ם על כל גוים איז עפעס בעסער. ער איז דאך א פרומער, אבער מאנכע האלטן אז קריסטן זענען ערגער ווי די וואס גלייבן לגמרי נישט אין גאט, אזוי ווי פיל ליבעראלע ליידער, זיינען מיר זעהר פארצווייפלט.
אויף דערווייל האב איך געשטימט פאר זיך אליין, ווייל דאס קאן זיכער נישט שאטן. העמער זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן.
 
פיל קריגערישע קאפלס זענען געגאנגען זייט ביי זייט, ארויס צו די וואוטינג בודקעס. בין איך צוגעגאנגען צו איינע פון זיי, און געפרעגט, וואס גייט פאר, מ'זעהט אייך שוין די לעצטע פאר יאר נישט אין זעלבן הויז צוזאמען, וואס איז פשט פונעם פלוצים'דיגן פּאָרזאמען שפאציר? איר זעהט אויס ווי די פארן וואס גייען אין תיבה אריין, אין אזא טהורה'דיגן צושטאנד נאך אויך..?
זאגן זיי, ניין. בכלל נישט. חלילה וחס! מיר כאפן זיך פשוט צו צו יעדע געלעגנהייט אווי מיר קאנען זיך טענהן אויף פארקערט. מילא קלעטערן מיר אין די קעלט, אז איך זאל וועגן דעם וואגשאל אויף רעכטס און זי אויף לינקס.
ביי אונז באלאנסירט מען אלעס אויף אזא וועג אז אלעס בלייבט גענוי ווי עס איז געווען פריער. און אזוי קומען מיר זיך שוין דורך זייט אונזער חתונה, (יא מער געדאכט).
איך גיי אהיים, און איך וואונדער זיך פארוואס עס פאלט זיי נישט איין צו באלאנסירן דעם הרי את מיט מסכת גיטין.

Wednesday, October 17, 2012

ר"ח ... יהי' ביום ...

א גוטן חודש און א גוט יאר. און א גוט יו"ט צו אלע פרויען. ווייל מיר האבן זיך געהאלטן פעסט קעגן גאלדענעם קעלבל זיינען מיר באגליקט מיט א חג צוועלף מאל א יאר, אדער דרייצן ווען חודש אדר שטאלפערט. די גוים וואס ווילן פראווען ר"ח האבן דאס נאר י"ב, פארדעם אליין לוינט זיך צו זיין א איד.
איז אזוי געווען, די מענער זענען אהיים און געזאגט, ווייבער געטס נאר אבער אייערע מיכל נעגרין רינגלעך, שטערלינג זילבער אויערינגלעך, קופערנע נאזבאנדן און אנדערע צירונגען. די באמישע האבן פארלאנגט "אנקלעטס" אויך. האבן די פרויען געזאגט, ביסט משוגע? איך האב שווער געהארעוועט פאר די סוואראווסקי שטיינדלעך, (אגב, די צושפליטערטע קריסטאלן איז א זכר/רמז פאר די צובראכענע לוחות) איך האב דערפאר צוויי טעג געריבן די שכנים'ס שמוציגע ווינדלען, צודרייט דארף איך זיין זיי דאס צו געבן סתם פאר עפעס א קלאצישן קו וואס זעהט אויס ווי א חוזק נעבן הויכן שטאטשו אוו ליבערטי .ווייל דו האסט באשלאסן צו דינען דעם ניט אידישן געטשקע בין איך עפעס שולדיג?
און אין דעם זכות זיינען מיר באפרייט פון סיי וועלכע ארבעט וואס אידענעס פלעגן אמאל טוען. ווי למשל פארנייען לאטעס אדער צוריסענע זאקן. אבער אלצדינג וואס ווערט היינט צוטאגס פאררעכנט ווי ארבעט, דאס איז מותר לכתחלה. מילא, דארף מען זיך האלטן אין איין דערמאנען אז באמת איז א יו"ט היינט. ס'דא משפחות וואס פייערן די טאג דורך עסן מילכיגס. מילכיגס איז דאך וואס מאכט מיטוואך אזוי עקסייטונג בלע"ז. גיי ווייס פארוואס זיי צווינגען אונז ניט צו עסן הינער אין די 9 טעג. א פארמישטע וועלט.
דעריבער געוויסע חדשים האבן מיר נאר איין טאג ר"ח, אבער אנדערע האבן מיר צוויי, אזוי קאן מען שטיצן מהדרין, ג'עי ג'עי און גאלדען פלאו און גרינ'ס ווייל מ'עסט דאך סייווי מילכיגס 2 טעג אין א צו. די סנהדרין ביים אוועקשטעלן דעם לוח האבן דאס קלאר געטוען ברוח הקודש, זעענדיג אז פון זיי וועט ארויס די גרינדערס די אויבנדערמאנטע קאמפעניס.
ס'דא וואס זיינען דייקא מקפיד ניט אנצורירן גאלדן פלאו ווייל עס דערמאנט פון גאלדענעם עגל, אווי אום יום הקדוש ווען מ'טוט זיך אויס די עכטע צירונגן ס'זאל ניט ברענגען א רוגזה פון הימל.
 
מיר ברויכן זיך איצט שיידן גיין אריינכאפן די לעצטע מנין מוסף, און אינאיינוועגס אריינשמייסן האלב הלל -(וואס איז באמת דריי פערטל, אז מ'שטעלט זיך אפ מעסטן) איז האטס אלע א געלונגענע דרייסיג טאג!


Saturday, October 6, 2012

א שיעור אין הלכות כפרות...

שלום וברכה פון ארץ כנען.
מיר זיינען דא ביז מיר וועלן באקריגן דעם באפעל פון לך לך.
היצט איז ערב יום כיפור/ עשי"ת. אין די טעג איז א גרויסע ענין עובר צו זיין אויף בל תשחית און צער בעלי חיים.
לאמיר אנהויבן מיט כפרות. אגב, דא אין ירושלים קאן מען מיט נאך א בעל חי שלאגן. עס איז פארהאן פילע גלגולים לויט די צאל קעץ, איז קאנען ביידע האבן א תיקון אויפאמאל, די שלעגער און די געשלאגענע.
איז אזוי, א מענטש טוט וואס ער וויל א גאנץ יאר, און ווערט לויז פון אלע זינד דורך נעמען א קוויטשעדיג הינדל און עס דרייען איבערן קאפ ווי א דריידל. מאנכע זאגן אז די כפרות וואס מאכן "עקסידענטן" בשעת מעשה, איז ווירקליך א גרעסערע כפרת עוונות מחמת די עגמת נפש וואס עס פארשאפט. אבער עכטע דאַמעס באנוצן זיך מיט רעין-באנעטס על כל צרה שלא תבא.
נאכהער, נעמט מען די זינדיגע עוף און אלץ שטראף פאר זיינע אלע נייע עבירות, דערלאנגט מען אים א פעסטע שטויס און מ'פירט אים אונטערן מעסער.
פאר פרויען וואס זענען מעוברת, נעמען זיי איינס פאר זיך און צוויי פארן אומגעבוירן קינד וואס איז זיכער מלא חטא און ברויך דרינגענד א כפרה. די וואס ווערן באשאפן נאך יו"כ, ווייס איך ניט טאקע וויאזוי מ'לאזט זיי געבוירן ווערן אן תשובה טוען.
איז שטעלט אייך פאר די אידענעס אין מצרים, זיי האבן ערווארטן זעקס אויפאמאל. האט מען געברויכט נעמען נאך 12 הינער ווייל מ'ווייסט דאך ניט וואס זיי זענען...
אבער פאר אידישקייט צאלט מען געלט


Wednesday, August 15, 2012

פאנטאזיעס פון שעי' געצעלע דער שכן...



מיין גוישן געבורטסטאג

  • א גוטן אייך אלע. איך ווייס ניט אויב עס איז אפילו ווערט צו זאגן, אבער היינט איז מיין גוישן געבורטסטאג. און מיר פייערן עס נישט בשיטה, וועגן סאיז גארנישט ווערט, נאר די אידישע איז חשוב. עס איז ווי סעלעברירן א גוישן חאגע און מיינען אז סאיז יום טוב. און דאס עצם בורטדעי פארטי איז חוקת הגוי. פרעה פלעגט מאכן אן עסק ביים נילוס ווען ערט זיך געיערט, און מיר גייען נישט אין די מצרישע דרכים, חוץ ווען מ'פאשעט זיך
     ווי די זיבן פעטע קיען.
    שפעציעל ביי אונז היימישע איז די עלטער פון א מענטש זעהר א געהיימע זאך. אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין. קינדער ווייסן אז זייערע עלטערן זענען צוואנציג אדער הונדערט. א פרוי אין די גארער וועלט קאן אויך באליידיגט ווערן טאמער פרעגט מען איר ווי אלט זי איז, ווייל לויט דעם קאן מען אויסרעכענען צו די קנייטשן שטימען מיט די מציאות. אז זי רעדט איין פארן כלל אז זי איז פופצן יאר יונגער, ווערן פלוצים פארשוואונדן די טיפע שטריכן אויפן צורה, און איר הויט ווערט אויפאמאל גלאט געביגלט.
    איז אפילו מאדערן גערעדט, האב איך זיך אלץ געוואונדערט וואז איז די פשט פון זיך פרייען ווי א ראזשינקע ווען מ'עלטערט זיך אין פריידן? דא וויל מען בלייבן יונג און דא עסט מען קוכןס אז מקלעטערט נענטער צום טויט. צומישטע בריות. און דאס אויסלעשן ליכט, איז דאס נישט דאס פארקערטע פון לעבן? מ'בלאזט אויס דאס פלאם מיט אן ערנסטן פנים און מהאפט און מ'בעט אז מ'זאל קענען לשנה הבאה ווידעראמאל אויסבלאזן די זעלבע מאס וואקסענע ליכט, מיט איינס מער. אויב די גוים וואלטן געהאלטן חנוכה וואלטן זיי כאטש געהאט וואס צו טוען דערמיט, שטאטס מאכן בל תשחית, אדער אוועקליין פון יאר צו יאר, ווי די קארגע טוען, ביז עס ווערט פיצל פיצל און צאנקט אויס גלייך ביים אנצינדן.
    און וואס האט די מענטש געטוען אז מ'באווארפט אים מיט מתנות? אז ער האט געלאזט צייט דורכגיין און עס דערלעבט נאך אויך? קלערטס מיר אויף וואס דער ענין פון די משוגעת איז, חוץ א תירוץ פאר פרעסן קרעמיש און הוליען וועגן מען איז א טאג ווייטער פון די טאג פריער

Saturday, June 2, 2012

ווען עס רעגנט...

א גוט שבת צו יעדעם, האט'ס הנאה פונעם אפגעקילטן וועטער, און אויב ס'רעגנט זאל מען ניט פארגעסן אנצוטוען די רעין באנעטס פון טיפטאפ. די מענער דארפן אנטוען שפעציעלע מעיל'ן ווייל זיי האבן מורא צו קאליע מאכן די רעגן שטריימלעך, ווייל דאס טראגט מען דאך שיינע שבתים און חתונות.
די עכטע חתן שטריימל לייגט מען אוועק פון אייגן חתונה צו ווען מ'ווערט די ערשטע מאל א מחותן.
אגב, איך געדענק נאך די גוטע צייטן ווען אידן פלעגן אנשטאטס די טייערע רעגן מאנטלעך טראגן היימישע כשרע שאפינג בעגס אויף די ביבער הוטן. סאיז געווען פון מיני מארקעט, לעפקאוויטש גראסערי, אדער די בעידזשע דינערע פון בוטשער סטאר. מחמירים פלעגן מקפיד זיין עס זאל זיין עטליכע לעכער דערינען, זכר לחורבן, און אז די טראפנס וואס גייען ארויף אויף די סאמעט זאל זיין א כפרת עוונות. היינטיגע טעג איז מען פענסיער דאהי און ס'פאסט שוין נישט.
איך געדענק א צייט וואס איך בין געוועזן באצוואונגען זיך ארומציוויקלען ש"ק מיט א פלעסטיק טישטוך מחמת דעם פלוצים'דיגן גאס וואס האט אונז באפאלן. איך האב מיך קודם אביסל געשעמט, אבער נאכהער איינגעזעהן אינעם פראקטישקייט, און יעדעם'ס קנאה בליקן בשעת זיי ווערן דורכגעווייקט, און געהויבן די קאפ העכער. פון דאן אן טוה איך עס לכתחלה. מעשה שהיה.
אגב, סתם אזוי איז א גוטע געוואוינהייט זיך אפצוהאלטן פון נוצן שירעם'ס אינדערוואכן ווייל מקאן חלילה עפענען דאס זאך אינדערהיים, און מיר ווילן ניט ברענגען א מבול די טאג פון חופה ח"ו. א שטייגער אז די עירוב רב וואס טראגן, קאנען שבת ויו"ט עס נוצן אין גאס ווייל זיי מיינען סאיז נאר א שאלה פון טראגן און ניט א גדר אויף מוקצה.
איז מיין תפלה אז זאלן די גשמי ברכה פארוואנדלט ווערן צו רוחני ברכה די וואך.
גוט שבת גוט שבת.