Wednesday, October 17, 2012

ר"ח ... יהי' ביום ...

א גוטן חודש און א גוט יאר. און א גוט יו"ט צו אלע פרויען. ווייל מיר האבן זיך געהאלטן פעסט קעגן גאלדענעם קעלבל זיינען מיר באגליקט מיט א חג צוועלף מאל א יאר, אדער דרייצן ווען חודש אדר שטאלפערט. די גוים וואס ווילן פראווען ר"ח האבן דאס נאר י"ב, פארדעם אליין לוינט זיך צו זיין א איד.
איז אזוי געווען, די מענער זענען אהיים און געזאגט, ווייבער געטס נאר אבער אייערע מיכל נעגרין רינגלעך, שטערלינג זילבער אויערינגלעך, קופערנע נאזבאנדן און אנדערע צירונגען. די באמישע האבן פארלאנגט "אנקלעטס" אויך. האבן די פרויען געזאגט, ביסט משוגע? איך האב שווער געהארעוועט פאר די סוואראווסקי שטיינדלעך, (אגב, די צושפליטערטע קריסטאלן איז א זכר/רמז פאר די צובראכענע לוחות) איך האב דערפאר צוויי טעג געריבן די שכנים'ס שמוציגע ווינדלען, צודרייט דארף איך זיין זיי דאס צו געבן סתם פאר עפעס א קלאצישן קו וואס זעהט אויס ווי א חוזק נעבן הויכן שטאטשו אוו ליבערטי .ווייל דו האסט באשלאסן צו דינען דעם ניט אידישן געטשקע בין איך עפעס שולדיג?
און אין דעם זכות זיינען מיר באפרייט פון סיי וועלכע ארבעט וואס אידענעס פלעגן אמאל טוען. ווי למשל פארנייען לאטעס אדער צוריסענע זאקן. אבער אלצדינג וואס ווערט היינט צוטאגס פאררעכנט ווי ארבעט, דאס איז מותר לכתחלה. מילא, דארף מען זיך האלטן אין איין דערמאנען אז באמת איז א יו"ט היינט. ס'דא משפחות וואס פייערן די טאג דורך עסן מילכיגס. מילכיגס איז דאך וואס מאכט מיטוואך אזוי עקסייטונג בלע"ז. גיי ווייס פארוואס זיי צווינגען אונז ניט צו עסן הינער אין די 9 טעג. א פארמישטע וועלט.
דעריבער געוויסע חדשים האבן מיר נאר איין טאג ר"ח, אבער אנדערע האבן מיר צוויי, אזוי קאן מען שטיצן מהדרין, ג'עי ג'עי און גאלדען פלאו און גרינ'ס ווייל מ'עסט דאך סייווי מילכיגס 2 טעג אין א צו. די סנהדרין ביים אוועקשטעלן דעם לוח האבן דאס קלאר געטוען ברוח הקודש, זעענדיג אז פון זיי וועט ארויס די גרינדערס די אויבנדערמאנטע קאמפעניס.
ס'דא וואס זיינען דייקא מקפיד ניט אנצורירן גאלדן פלאו ווייל עס דערמאנט פון גאלדענעם עגל, אווי אום יום הקדוש ווען מ'טוט זיך אויס די עכטע צירונגן ס'זאל ניט ברענגען א רוגזה פון הימל.
 
מיר ברויכן זיך איצט שיידן גיין אריינכאפן די לעצטע מנין מוסף, און אינאיינוועגס אריינשמייסן האלב הלל -(וואס איז באמת דריי פערטל, אז מ'שטעלט זיך אפ מעסטן) איז האטס אלע א געלונגענע דרייסיג טאג!


No comments:

Post a Comment