Saturday, April 28, 2012

העפי ניו יער!

שנה טובה ומתוקה! גאנץ כלל ישראל איז אויף וועגן די ענין נישט צו פארשלאפן די מזל. לאמיר דורכשמיעוסן מנהגי ר"ה, לאמיר עס צונעמען אויף קליינגעלט.
עס איז דא די הארבע געפירעכץ פון זיך צאמקלייבן אין א שטיקנדע פלאץ און מ'זיצט אזוי פאר שעות ארוכות ווארטנדיג אז עפעס א קריסטאלן באלי זאל זיך צושפליטערן ווי א כוס אונטערן חופה.
די עולם זיצט געשפאנט, קוים פארכאפט זיך דער אטעם און מ'הייבט אן ציילן כאילו ס'איז ספירת העומר. מ'גייט אזוי 10, 9, 8, 7, און אזוי ווייטער ביז מ'קומט אן צו איינס און נאכדעם זערא. נאכהער קען מען שוין נישט ווייטער ציילן ווייל ס'איז שוין נישטא נומערן איבערגעבליבן. און ווען די גורלדיגע מינוט קומט אן גיט זיך דאס גלאז אזא צושיס אז אפילו חושים בן דן וואלט די קולות געהערט.
און דער מענטשהייט ווערט ווילד אז סגייט א רויעך, מ'הייבט אן זיך איבערגעבן ס.ט.ד.'ס דורך די חיבוק ונישוק וואס גייט פאר ל"ע ווי אין יחוד שטיבל. און אז מען איז שוין אין א רוח פון שחוק וקלות ראש רח"ל גייט מען ווייטער מטה מטה און די גאנצע נאכט הוליעט מען און מטוט אויף פאר כבוד שמים.
.ומנהג ישראל תורה היא

No comments:

Post a Comment