Friday, April 27, 2012

ברוכים הבאים

 דא וועט מען מיט גאט'ס הילף לייגן האנד-געקליבענע תורות און חידושים פון די רבנית פאללאק זאל לעבן, גענומען מיט רשות פון איר אפיציעלע פעיסבוק און טוויטער קאנטעס


עס איז בעיקר מיוחד פאר אלע וואס האבן ניט קיין צוטריט צום געזיכט-ביכל ווייל עס ווערט פילטרירט דורך געוויסע עלעמענטן


מיר נעמען גערן אן הגהות, קאמענטארן און קריטיק אויף
 yiddishingoyish@gmail.com  

באזוכט דא אפט פאר פרישע אפדעיטס



איר ביאגראפיע אין קורצן (גענומען פון וויקיפעדיע די פרייע אנציקלאפעדיע
ליבי פאלאק (געבוירן תשמ"ח) איז א פאפולערער פיגור און יודיש-רעדנדע פרוי אין די חסידישע און יודישע אינטערנעץ וועלט, און איינע פון די באקאנטסטע פיגורן אין דעם "חסידיש יידיש" פעסבוק בלאט און אויף די "קאווע שטיבל" פעסבוק בלאט.‏
צו זעקס יאָר האָט ליבי אָנגעשריבן איר ערשטע ליד. און צוליב אירע ספעציעלע טאלאנטן פלעגט זי אייביג אנפירן אין שולע מיט די שרייבן טעטיגקייטן
זי איז א געלערנטע און טאלאנטפולע פרוי און זי שרייבט כסדר קאמישע חידושים און תורות אויף פעיסבוק און טוויטער וואו זי האט גאר אסאך נאכפאלגער
זי קען גוט די שפראכן יודיש (בעיקר די חסידישע), ענגליש און לשה"ק. אויך האט זי א גוטן חוש פאר פאעזיע
זי איז זייער אן איידעלע, קלוגע און צוגעלאזענע פרוי וואס דאס מאכט איר זייער באליבט ביי מענטשן. זי האט א ציל צו דערפרייען מענטשן מיט אירע רייד און קיינעם צו טשעפען. און ס'איז ממש צום באוואונדערן ווי ווייט זי לאזט זיך אראפ צו יעדן וואס ווענדט זיך צו איר און הערט אויס יעדנס מיינונג מיט אן אויסערגעווענדליכע עניוות

No comments:

Post a Comment