Saturday, April 28, 2012

א שיינער מוסר השכל און חיזוק

איז מיר בייגעפאלן בשעת אנשי מעשה און חשובע אידענעס וועלגערן די טייגלעך, גאר פלינק אזוי מיט די טשעפט צוריבענע הויט און נאכהער גאפלט מען אריין דערין, און ס'באקט זיך בזריזות זיבעצן א האלב מינוט.. דאס איז א וואונדערליכע משל צום בן שמונה עשרה לחופה! נאך 18 איז חמץ. דאס מצה'לע איז אריבער דרוק און היץ אין לעבן, אבער איצט איז עס גרייט, צומאל פארברענט, צומאל הארטער, אבער דאס נישט לאזן יערן איז אויכעט אזוי פאסיג, זיכער האט די תורה געמיינט מיט דעם צו מרמז זיין אז מ'זאל נישט צו פעש ווערן, ווייל דאס טויג נישט.
און אלע מצות גייען נאכדעם אין א שאכטל, א שטארקע ענליכקייט צו אונז אידן וואס פילע פון אונז לעבן "אין א באקס" ארומגעבונדן מיט שטארקע שטריק. אבער די רונדעכיגע מצות לערנען אונז אז:
if u can't get out of the box, at least form a circle within it

No comments:

Post a Comment