Saturday, April 28, 2012

לשבת זכור

מגרייטמער זיך אויסצוראטן דעם עמלק'ן מיט כח. אבער איין מינוט. פרעגט זיך א שאלה, וויבאלד מען האט דאס שוין געטוען פאר טויזענטער יארן, איז שוין לכאורה נישט דא קיין זכר פון זיי.. אבער א איד מיט א פלייצע געבט זיך אן עצה. מען נעמט א פעדער און מען שרייבט ע-מ-ל-ק, און מען נעמט תיכף ומיד אביסל ווייט-אוט און מ'שטרייכט איבער דעם טינט, און סאיז כאילו מ'האט זיי פריש געהרגט. מען קען אויך יוצא זיין מיט טשאלק אויפן אור אלטן בלעק בארד, אדער א בליי אבער דאס א בדיעבד ווייל סאיז נישט אזא קונץ צו טוען אויף דעם די תמחה.
פארשטייט זיך וואס מער מ'טוט עס האט מען נאך א מצוה עד כדי כך אז עולם הבא וועט מוזן קויפן נאך ריל עסטעיט.
די וואס זענען אייביג מקיל און זוכן דעם גרינגן וועג ארויס, האבן אויך א ברירה צו עסן אנע שיעור קוגלען פון עפל מעהל לאקשן און קארטאפל און מיט יעדע שלינג האט מען אינזין אז מנעמט איין דעם אייניקל פון עשו.
א גוט שבת און א הארציגן אפעטיט!

No comments:

Post a Comment