Sunday, May 13, 2012

היפאקטריווסע פון געבן מערערע נעמען

עס טוט מיר באנג צו זעהן ווי עלטערן האבן נישט וואס צו טוען ביים קינד'ס ברית אדער קידוש, אדער צוליבן פחד אז נאכן געבענטשט ווערן מיט זרע של קיימא וועלן זיך חלילה די שערי ברכה פארהאקן. און מ'וויל אינאיינוועגס צופרידן שטעלן אלע זיידעס און באבעס ארויף ביז אדם און חוה - זיי נהנה זיין מיט אן עליית נשמה, געבן זיי נעמען פאר די קינדער ביז איבערן קאפ ווי למשל ארי-ה (לייב) גרונם קלונימוס פייטל גימפל בן רחב קריינדל פעשא מירל תמר שפרה, וכדומה.
יעצט שטעלטס אייך פאר, דער פייטל איז דאך א שלימזל, ווי זיין נאמען צייגט אן. פאסירן ערד ציטערנישן ביינאים אין שטוב א שטייגער מ'קוקט אייער פאר בליץ טרעפ און די גאנצע דאזען גיבט א פלאץ אויף אויפאמאל אויף די צושאסענע מאמע תמר רחב'ל.
יעצט א רעאקציע ווי ערווארטעט איז אז די מאמע שרייט "פייטל! כאפ כאטש די צווייטע שאכטל פאר ס'פארהארגעט מיין הערמיס פלורעסענט טיכל!" אבער פון וועגן דעם אז ס'איז אן ענין צו רופן א קינד ביים פולן נאמען וואס מ'האט אים געשאנקען ביים אפשניידן דאס ערלה. הייבט זי אן קעקעצן אז ס'גייט א רויעך, זי קען בשום אופן נישט געדענקען דעם ריכטיגן סדר. זי לויפט צום ספרים שאנק און הייבט פיבערהאפטיג אן נישטערן פאר בר מצוה מתנות, אפשר אויפן דעקל פון איינע פון די ליקוטים וועט מען זעהן אויסגעשריבן דאס גאנצע. הקיצור, דער פעטער וואס האט אים רוב ספרים געגעבן מיטן האפענונג אז ער וועט נאך אמאל בליקן אויך לשון קודש'דיגע אותיות איז דאך געווען צו ארעם צו קענען דאס גאנצע שם אויסקריצן, ווייל מ'צאלט דאך פאר יעדעס אות עקסטרע. די מאמע איז אויס טורבעניש מאכער. איבריג צו זאגן אז עס טוט זיך יעצט א פולקאמע איבערקערעניש אין קאך.
און לאמיר זאגן אז פייטל גרונם קלונימוס א.א.וו. וואלט נישט געראטן אין זיין מאמע רחב תמר פעשא א.ד.ג., און זי וואלט יא געהאט א בעסערע זכרון ווי אים, און זי וואלט געדענקט די רייע נעמען מיט א קלארקייט, קען נאך אלץ אין די צייט פון ווען זי הייבט אן ביז זי ענדיגט, א פייער אויספלאקערן. אדער א ים איבערפליסן. און מיר ווילן נישט טראכטן אפילו וואס נאך סאיז אומשטאנד צו פאסירן אין אזא לויף פון זמן, ווייל סאיז סכנות נפשות און די האר קען זיך פון קאפ אויפשטעלן.

לאמיר יעצט פרובירן פארגעסן פון די מהפכה און זיך דערמאנען וואס נאך די לאנגע ענדלאזע נעמען האבן שוין אנגעברענגט. ממש סאיז א בחינה פון אלו דברים שאין להם שיעור. פייטלע האט ביי די פינעף געכאפט כפרה פינטלעך ל"ע. און וויבאלד סהאט געקראצט אן אויפהער, איז מען געלאפן צום רבין פועלן א רפואה שלימה. איז וואס טוען ערליכע אידן ווען ס'מאכט זיך א חולשה אין קערפער רח"ל? מען לייגט צו א נאמען. ס'דאך במילא געווען צו קורץ. און פאר די וואס מוזן אייביג זאגן פארקערט, גייט אן די כלל פון כל המוסיף גורע. גוט, איז נאכן צולייגן חיים, כאפט זיך די פאטער פאר א נויט אז אין הגדה שטייט דאך וכל המרבה הרי זה משובח, און א ספארט שוין לייגט מען צו אויפן וואגן רפאל. מען שיקט עמערדזשענסי טשעין קאלס פארן עולם אויסצוזאגן קי"ט, און ביזן היינטיגן טאג האבן זיי נאך אלץ נישט געענדיגט....

No comments:

Post a Comment